Telegram Web Link
#שטודיע

זייער אפט ווערן מענטשן איבערגעגעסן פון רוטין. לויט א פרישע שטודיע איז די עצה צו דעם איבערצוטון די זאכן מיט א פרישן קנייטש, און דאס העלפט אריינברענגען התחדשות אין די גאנצע טאט.

פארשער האבן צאמגענומען צוויי גרופעס פון מענטשן און זיי געבעטן צו עסן פאפקארן, איין שטיקל אויפאמאל... נארמאל וועט א מענטש ענדערש נישט עסן פאפקארן ווי עסן איינס אויפאמאל. איין גרופע האט מען געזאגט זיי זאלן עסן די פאפקארן מיט די הענט, די צווייטע גרופע האט מען געגעבן שטעקלעך און געבעטן זיי זאלן אויפהייבן יעדע "פאפקאר" (...) מיט די צוויי שטעקעלעך און עס אזוי אויפהייבן און אריינעמען אין מויל.

די רעזולטאטן: די גרופע וואס האט געדארפט עסן די פאפקארן מיט שטעקענעס האבן באריכטעט אז זיי האבן הנאה געהאט פון דאס עסן, די אנדערע גרופע וואס האט גענוצט די הענט האבן אין דורכשניט נישט הנאה געהאט דערפון. ווייל ווען מען טוט אן אלטע זאך מיט א נייע "טוויסט" ווערט די גאנצע זאך אינטערעסאנט.
@nafshi
#שטודיע

מאמע: פארוואס ביסטו אהיימגעקומען אזוי שפעט?
קינד: אָממ, ס'איז נאכנישט 'אזוי' שפעט.
מאמע: כ'האב דאך קלאר געזאגט נאר ביז זיבן אזייגער?
קינד: אָמממ, אָמממממ, כ'האב געמיינט מ'קען בלייבן ביז די אנדערע קינדער גייען אריין.

די קעקעכצעריי ביים אנהייב פונעם קינד'ס תירוץ האט שוין געוויס אויסגעזאגט דעם סוד אז איר צדיק'ל גייט נישט יעצט געבן דעם אויפריכטיגסטן ענטפער. פארוואס? ווייל ס'איז שווערער צו זאגן ליגנט ווי אמת.

א שטודיע האט אבער געוויזן אז ווען מ'רעדט נישט אין דער אייגענער מאמע-לשון, איז פיל קלענער דער חילוק צווישן זאגן אמת און ליגנט, וואס מאכט שווערער דאס קענען קוקן לויט וויפיל צייט ס'האט גענומען צו ענטפערן צו פונאנדערשיידן אמת פון שקר.

פארשער האבן געבעטן 135 מענטשן וואס רעדן דייטש פון געבורט אבער זענען אויך באהאוונט אין דער ענגלישער שפראך צו ענטפערן פראגעס מיט א ליגנט אדער דעם אמת. האט זיך ארויסגעשטעלט אז רעדנדיג אויף ענגליש, האט זיי גענומען פונקט אזוי לאנג צו ענטפערן דעם אמת ווי צו זאגן א ליגנט. וויבאלד דאס רעדן אויף א צווייטער שפראך פארלאנגט סייווי צוצולייגן מער קאפ, אפגעזען דעם תוכן.
@nafshi
נַפְשִׁי בִּשְׁאֵלָתִי: שיקט אייערע שאלות צו "נפשי" און הערט די מיינונג פון פראפעסיאנאלן אין דעם פעלד!

👈 שיקט אריין אייערע מענטל-העלט שאלות און דריי פראפעסיאנאלן וועלן זיי אדרעסירן אין אונזער "פערספעקטיוון" אפטיילונג

👈 פרעגט שאלות אין חינוך אדער שלום בית פונעם מחנך נפלא הרב ר' דוד לעווי שליט"א

👈 סיי וועלכע ראיה (vision) שאלות ווערן געענטפערט דורך דר. יואל ווארשאווסקי

👈 פרעגט די טראומא עקספערט מרת ג. אסובסקי סיי וואס אנטבאלאנגט טראומא

👈 האט איר מיטגעמאכט א פערזענליכע פראבלעם? טיילט מיט אייער ערפארונג און זייט מחזק אנדערע

👈 שילדערט אייערע אבזערוואציעס, עצות, אינפארמאציע, הילף און טיפס און מיר וועלן עס דרוקן אי"ה

פאר שאלות און בריוו שיקט אן אימעיל צו [email protected] אדער דא צו @NafshiJournalContact אדער רופט 718-928-3347 עקס. 109 און לאזט א מעסעדזש מיט די תוכן פון אייער שאלה/בריוו. מיר נעמען אן בריוו און שאלות אנאנים.

@nafshi
נפשי #33 ערשינען!

א ראש ישיבה אויף מעדיצין
א מוצלח'דיגער ראש ישיבה דערציילט וויאזוי ער איז זעלבסט אנטלאפן פון זיין אייגענער ענקזייעטי וואס ער האט פרובירט דערטרינקען אין אלקאהאל, ביז דער מצב האט אים געפירט צו קוקן דאס מציאות אין פנים | פון CBT ביז EMDR, פון "לעקסאפראו" ביז "סימבאלטא", און דער וואנדערוועג

אֵין לָהּ מְנַחֵם:
א איד וואס האט זיך נארוואס אויפגעשטעלט פון שבעה בענקל, שילדערט אומסענסיטיווע רייד און לייכטזיניגקייטן פון טייל מנחמים וואס טוען בלויז צוגיסן זאלץ צו אפענע וואונדן

מענטשן און געשעענישן: פון משה צו מארק און צוריק

פראפעסאר עקיבא פערלמאן: פארוואס איז דער אדיקט צוגעבינדן צו זיין אדיקשאן?

מסכת גיטין: ווען זייער אידישקייט איז אומאיינשטימיג

פערספעקטיוון: ווען מידקייט און ערשעפטקייט איז מער גייסטיש ווי פיזיש

טראומא: קינד צעטרייסלט נאך וואס שכן קומט אהיים פון שפיטאל א געטוישטער

הגאון רבי דוד לעווי: די איבערגאנג יארן – ווען א קינד באקומט אן אייגענע מיינונג!

און נאך א רייע הערליכע קאלומס, רובריקן און ארטיקלען, יעצט צו באקומען אינאיינעם מיט׳ן ״מאמענט״.

@nafshi
#שטודיע

מענטשן האבן אלץ מער הנאה פון ליינען אדער טון אנדערע זאכן אליין ווי איידער זיין פארזינקען אין די מחשבות לשם פארגעניגן, אבער ווי גרויס דער חילוק איז, דאס ווענדט זיך לויט וועלכן לאנד.

פארשער האבן געבעטן פון 2,557 סטודענטן איבער 11 לענדער צו אדער זיצן שטיל פאר 10 ביז 15 מינוט בשעת'ן טראכטן אנגענעמע מחשבות, אדער ווידמען די זעלבע צייט צו טון אליין עפעס אן אקטיוויטעט, א שטייגער ווי ליינען אדער קוקן נייעס וכדו'. אין יעדן לאנד, האבן רוב אנטיילנעמער באריכטעט אז דאס טראכטן איז זיי געווען א קלענערע הנאה ווי טון די אנדערע זאך. אין יאפאן האט מען באריכטעט די ווייניגסטע הנאה פון טראכטן, פון קאסטא ריקא די מערסטע, און סטודענטן פון די פאראייניגטע שטאטן זענען געווען אינדערמיט.

פארשערס קלערן אז די חילוקים קען ערקלערט ווערן דורך די פארשידענע סטודענט אייגנשאפטן אין יעדן לאנד, אריינגערעכנט ווי שטארק זיי זענען געוואוינט צו טראכטן, וויפיל זיי באניצן זיך מיט׳ן טעלעפאן, ווי אפן זיי זענען צו אייגענע געפילן, צווישן אנדערע פאקטארן.

מיר, וואס האבן דעם "והגית בו", קענען זיכער שפירן א געוואלדיגע הנאה אין עולם המחשבה.
@nafshi
#שטודיע

טוישט זיך עפעס אונזער פערסאנאליטי דורכאויס אונזערע לעבנס-יארן, אדער וועלן מיר ווארשיינליך זיין דער זעלבער מענטש ביי די 66 ווי מיר זענען געווען ביי די 16? שטעלט זיך ארויס אז אביסל פון ביידע איז אמת.

פארשערס האבן אנאליזירט די אינפארמאציע פון כמעט 1,800 מענטשן וואס האבן גענומען א פערסאנאליטי טעסט בשעת זיי זענען געווען אין הויכשולע און דאן גענומען נאכאמאל דעם זעלבן טעסט 50 יאר שפעטער. זייערע ענטפערס זענען אנאליזירט געווארן לויט די פינף הויפט פערסאנאליטי אייגנשאפטן וואס באצייכענען א מענטשנ'ס כאראקטער.

די וויסנשאפטלער האבן געפונען אז מענטשן טוישן זיך יא במשך די יארן: אין דורכשניט, האבן די מענטשן אין דער שטודיע אנטוויקלט אין משך פון די יארן א מער ערנסטן געוויסן און אחריות, זייערע געפילן זענען געווארן מער סטאביל, ווארעם און סימפאטיש. פונדעסטוועגן, רוב מענטשן האבן זיך נישט געטוישט אין פארגלייך צו אנדערע אין זייער קאטעגאריע. צום ביישפיל, די וואס האבן געהאט א מער ערנסטן געוויסן ווי זייערע קאלעגעס ביי 16 יאר אלט זענען געבליבן רעלאטיוו מיט א מער ערנסטן געוויסן אויך 50 יאר שפעטער.
@nafshi
נפשי #34 ערשינען!

עברי און קריאה ספעציאליסט
לאנגיעריגער מומחה הרב עקיבא געשטעטנער עפנט זיין אוצר פון אינפארמאציע איבער עברי שוועריגקייטן און טעכניקן / ״צומאל איז די איינציגע זאך וואס פעלט פון א פראבלעמאטיש קינד זיין מאנגל אין עברי און קריאה״

מיין לעבן מיט ADHD און OCD
וואס עס מיינט לעבן מיט גייסטיגע שוועריגקייטן און וואס דאס האט מיך געלערנט

פינחס גלויבער: קיינער וויל מיט מיר נישט שטיין אין ווארט, און איך ווייס נישט פארוואס! // מסכת גיטין: ביטע לאזט ארויס די קינדער פון בילד // הגאון רבי דוד לעווי: וואס איר דארפט וויסן ביים זוכן א שידוך // מרת שפירא, אין סך הכל פון סעריע: די נויטיגע געצייג צו איבערקומען פערסאנאליטי שטריכן // קען לאזן א קינד וויינען ביינאכט פירן צו שפעטערע טראומא? // מיין 2 יעריג קינד טשעפעט אנדערע קינדער // מרת אבאמא: ״איך לייד אויך מענטל פראבלעמען״

און נאך א רייע הערליכע קאלומס, רובריקן און ארטיקלען. בייגעלייגט אינעם ״מאָמענט״ פון היינטיגע וואך.

@nafshi
נפשי #35 - מעגא פארגרעסערטע יו״ט אישו

הארטע ציפערן
חרדישע אידן ליידן ווייניגער פון דעפרעסיע; מער פון ענקזייעטי און די ראטע פון OCD איז נישט העכער ווי ביי אנדערע. דר. יצחק שעכטער זאמלט און אנאליזירט דאטא פון אונזער מחנה וועלכע ער טיילט מיט עקסקלוסיוו צו "נפשי" | שמעון ראלניצקי

הילף פאר יעדן
די היימישע אינסטיטוציע פון צענדליגער טעראפיסטן, פסיכאלאגן און פסיכיאטערס וואס באהאנדלט יערליך טויזנטער קליענטן. ||| דער אנפירער הר״ר אהרן ארי' ריינער פראקלאמירט: "א קליניק קען צושטעלן די זעלבע קוואליטעט און מער ערליי סערוויסעס אן אויסליידיגן דעם בערזל" | פינחס גלויבער

פראיעקט:
אויפ'ן פארהער-באנק

6 טעראפיסטן דערציילן זייערע לעבנסגעשיכטעס און ענטפערן שווערע פראגעס (דארונטער צי זיי אליין גייען צו טעראפי) - בן מנחם און חיים לעווי

היטלער אפדרוקן
דער האלאקאסט האט אונז איבערגעלאזט צע'מזיק'ט, און שטודיעס ווייזן אז די שפורן גיסן זיך אריבער ביז אונזער דור | פינחס גלויבער

גוסטע דיסאָרדערס
דר. דזשעק הערשאוויטש איבער בייפּאָלער און ארום | פינחס גלויבער

און נאך פיל מער!

— ביייגעלייגט אינעם מעגא סוכות פּעקל פון "מאָמענט".
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אן אויסוואל פון 20 ארטיקלען, קאלומס און רובריקן - די מעגא פארגרעסערטע ״נפשי״ יו״ט אויסגאבע
@nafshi
לעגענדארער טעראפיסט ר׳ יעקב שטויבער באשטעטיגט: ״איך זאג אייך צו, דאס איז זייער אינטערעסאנט צו ליינען״
ערפאלגרייכער טעראפיסט ר׳ יוסף פלאהר: ״איך האב מיטגעטיילט מיינע מחשבות און ערפארונגען אלס טעראפיסט אין די היימישע קאמיוניטי. קויפט ״נפשי״, עס איז אנגעפולט מיט אסאך ווערדפולע ארטיקלען״
164 זייטן; 20 ארטיקלען, קאלומס און רובריקן; 23 פראפעסיאנאלן - אינהאלט פון די מעגא ״נפשי״ סוכות אויסגאבע
ר׳ אהרן ריינער און דר. יצחק שעכטער איבער די וויכטיגקייט פון עוסק זיין אין מענטל העלט באזירט אויף דאטא און הארטע ציפערן וועלכע שפיגלען אפ א קלארן בילד פון די מצב ביים ציבור און העלפט פארשטיין יעדן יחיד מיט זיינע מוטשענישן
איז אַכציג פּראָצענט פונעם ציבור אויף פּילן? ליידן מער פרומע אידן פון אָו-סי-די ווי די אַלגעמיינע באַפעלקערונג? "נפשי" מאַכט אַ סוף צו צענדליגער יאָרן פון לעגענדעס און מיטאָסן, און ברענגט פאַר אייך צום ערשטן מאָל די אמת'ע סייענטיפישע ציפערן, איבער דעם גייסטיגן געזונט צושטאַנד פון דער חרדי'שער באַפעלקערונג, מיט דער הילף פון דר. ר' יצחק שעכטער הי"ו, פון "אַטשיוו", דער דירעקטאָר פון "אַרק", אַן אינסטיטוציע געווידמעט צו פאָרשן "מענטעל העלט" ביים היימישן עולם | שמעון ראָלניצקי
וויאזוי א באשיידענע אונטערנעמונג פאר פּסיכישער הילף אין דער היימישער מאנסי איז אויסגעוואקסן אין אן אלזייטיגער, ארומנעמיגער אינסטיטוציע מיט א שטאב פון הונדערטער מומחים, צענדליגער טויזנט קליענטן, און הילף פאר צענדליגער מוסדות. — א געשיכטע מיט א 'ביזנעס' אין וועלכן געלט איז א בלאסער פאקטאר, דערציילט דורכ׳ן בעל המעשה הר״ר אהרן ארי' ריינער וועלכער שטייט אונטער דער ברייטפארצווייגטער אונטערנעמונג פאר די לעצטע צוואנציג יאר מיט א פעסטער אנטשלאסנקייט צו העלפן ווי מער מענטשן פירן א בעסער לעבן, אן דעם וואס ס׳זאל אפּקאסטן א פארמעגן - עס איז יא פארהאן אומזיסטע הילף, און דוקא פון העכסטן קוואליטעט | פינחס גלויבער
"נפשי" שטעלט 6 טעראפיסטן אויפ'ן פארהער-באנק // וואס זיין א טעראפיסט מיינט פאר אן ארטאדאקסישן איד און וויאזוי זייערע טעג גייען דורך אין פערזענליכן לעבן // רייכע שמועסן מיט היימישע פראפעסיאנאלן וועלכע דערציילן זייער פריוואטן לעבנס געשיכטע, פארוואס זיי זענען געווארן טעראפיסטן, וויאזוי זיי באהאנדלען פראגעס און קאמענטארן פון ארומיגע און... צי זיי אליין גייען אויף טעראפי // הרב יעקב שטויבער; הרב דר. דוד פאקס; הרב מענדל קיוואק; הרב יוסף פלאהר; הרב שלמה בינעטה; מרת ג. אסובסקי; און א באנוס ארטיקל דורכ'ן מחנך הרב שלום יעקב וואזנער
דער שרעקליכער חורבן דורכאויס דער צווייטער וועלט-מלחמה האט אונז איבערגעלאזט צעקליעטשט און פארוואונדעט, און שטודיעס ווייזן אז די יסורי נפש זענען געבליבן אינעם די-ען-עי און גיסן זיך אריבער אויף ווייטער צום דריטן און אפילו פערטן דור | פינחס גלויבער
Nafshi Journal
איז אַכציג פּראָצענט פונעם ציבור אויף פּילן? ליידן מער פרומע אידן פון אָו-סי-די ווי די אַלגעמיינע באַפעלקערונג? "נפשי" מאַכט אַ סוף צו צענדליגער יאָרן פון לעגענדעס און מיטאָסן, און ברענגט פאַר אייך צום ערשטן מאָל די אמת'ע סייענטיפישע ציפערן, איבער דעם גייסטיגן…
הארטע ציפערן: פיל ווייניגער פון אונזער ציבור ליידט פון דעפּרעסיע (Mood disorder) אין פאַרגלייך צו דער אַלגעמיינער באַפעלקערונג. ווי אויך האָבן מיר בעסערע ציפערן ווען ס'קומט צו עי-די-עיטש-די און אַנדערע גייסטיגע פּראָבלעמען. דער חידוש איז נאָר אַז ווען ס'קומט צו ענקזייעטי, זענען אונזערע נומערן יאָ העכער ווי ביי דער אַלגעמיינער באַפעלקערונג
Nafshi Journal
וויאזוי א באשיידענע אונטערנעמונג פאר פּסיכישער הילף אין דער היימישער מאנסי איז אויסגעוואקסן אין אן אלזייטיגער, ארומנעמיגער אינסטיטוציע מיט א שטאב פון הונדערטער מומחים, צענדליגער טויזנט קליענטן, און הילף פאר צענדליגער מוסדות. — א געשיכטע מיט א 'ביזנעס' אין…
לעגענדארער שריפטשטעלער ר׳ פנחס גלויבער ביי זיין שמועס מיט ר' אהרן ריינער, אנפירער פון "עטשיוו", וועלכער גאראנטירט צוצושטעלן מענטל העלט הילף פאר יעדן איינציגן מענטש וואס קלאפט אן אין זיין טיר, מיט געלט צי אן געלט

@nafshi
2025/07/01 08:26:35
Back to Top
HTML Embed Code: