דעמאקראטישער קאנגרעסמאן פון טעקסאס, הענרי קוועיאר און זיין פרוי זענען אנגעקלאגט געווארן דורך פעדעראלע אויטאריטעטן פארן נעמען שוחד און ארבעטן אלס אן אגענט פאר אזערביידזשאן.
דער ריכטער אין די ניו יארקע טראמפ האש מאני טרייעל סטראשעט צו אריינווארפן טראמפ אין טורמע, נאך טראמפ'ס 10'טע פארלעצונג פון די געג ארדער וואס דער ריכטער האט ארויפגעלייגט.
כאמאס האט געמאלדן פאר די פארהאנדלער פון עגיפטן און קאטאר אז זיי זענען גרייט צו אננעמען א פארגעשלאגענע פייער-אפשטעל. די דעטאלן פונעם אפמאך זענען דערווייל נישט באקאנט.

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס מדינת ישראל האט אנגעהויבן עוואקואירן ציווילע פון געוויסע געגנטער אין רפיח, זיך גרייטענדיג צו די לאנג ערווארטעטע מיליטערישע אפעראציע אינעם געגנט.
ערשטע באריכטן איבער די אנהויב פון די ערד אפעראציע אין רפיח.

לויט די באריכטן טוען די מדינת ישראל לופט קרעפטן דורכפירן שווערע אטאקעס אין רפיח, און טאנקען הייבן אן אריבערשפרייזן די גרעניץ אונטער שוץ פון שווערע ארטילערי פייער.
אידישליך נייעס
כאמאס האט געמאלדן פאר די פארהאנדלער פון עגיפטן און קאטאר אז זיי זענען גרייט צו אננעמען א פארגעשלאגענע פייער-אפשטעל. די דעטאלן פונעם אפמאך זענען דערווייל נישט באקאנט. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס מדינת ישראל האט אנגעהויבן עוואקואירן ציווילע פון געוויסע…
מדינת ישראל רעגירונס באאמטע זאגט אז די פייער אפמאך צו וועלכע כאמאס האט מסכים געווען איז עפעס וואס איז בכלל נישט פארגעשלאגן דורך זיי נאר דורך קאטאר און עגיפטן מיט די הילף פון אמעריקע, און עס פארמאגט אבסורדע טיילן צו וועלכע מדינת ישראל קען קיינמאל נישט איינגיין, א שטייגער ווי א פולשטענדיגע אפשטעל פון די מלחמה, און פולקאם זיך ארויסציען פון עזה.

ווי זיי זאגן אז דאס א שפיצל צו מאכן מדינת ישראל אויסקוקן ווי די שלעכטע וואס ווילן נישט אננעמען קיין אפמאך.
אידישליך נייעס
דער ריכטער אין די פולטאן קאונטי טראמפ פראצעס האט געגעבן ערלויבעניש פאר טראמפ צו אפעלירן זיין אורטייל אז דיסטריקט אטוירני פעני וויליס קען פארבלייבן אויף די קעיס.
אן אפעלאט געריכט אין דזשארדזשיע האט אנגענומען אן אפיעל אויף די אורטייל אז פולטאן קאונטי דיסטריקט אטוירני פעני וויליס קען פארבלייבן אויף די טראמפ קעיס.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ריכטערין קענאן האט נעכטן אפגעשטיפט די דאטום ווען די פעדעראלע טרייעל איבער טראמפ'ס האנדלונג פון קלאסיפיצירטע דאקומענטן האט זיך געזאלט אנהייבן, אן אנגעבן א פרישע דאטום ווען די פראצעס וועט זיך אנהייבן.

דאס קומט נאך וואס טראמפ אדוואקאטן האבן אריינגעגעבן פרישע פארלאנגען פון דאקומענטן פון די פראקורארן, נאך וואס ער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פראקורארן האבן אנדערש פארגעשטעלט די סדר פון די דאקומענטן פארן געריכט, פון וויאזוי זיי האבן עס ארגינעל געטראפן אין מאר-א-לאגא.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ראדיקאל רעכטע קאנגרעספרוי מארדזשארי טעילאר גרין האט אפיציעל פארלאנגט אן אפשטימונג אין קאנגרעס צו אראפשטעלן ספיקער דזשאנסאן פון זיין פאזיציע.
אידישליך נייעס
ראדיקאל רעכטע קאנגרעספרוי מארדזשארי טעילאר גרין האט אפיציעל פארלאנגט אן אפשטימונג אין קאנגרעס צו אראפשטעלן ספיקער דזשאנסאן פון זיין פאזיציע.
קאנגרעס האט ארויסגעווארפן די רעזאלוציע צו אראפשטעלן ספיקער דזשאנסאן, 359-43, מיט 11 רעפובליקאנער און 32 דעמאקראטן וועלכע האבן געשטימט דערקעגן.
פרעזידענט ביידען זאגט אין אן אינטערוויו פאר CNN אז אויב מדינת ישראל וועט אינוואדירן רפיח, וועט זיי אמעריקע אויפהערן שיקן שעלס, באמבעס און מלחמה פליגער.

ביידען זאגט אז אמעריקאנע באמבעס האבן אומגעברענגט ציווילע בירגער אין עזה. "איך האב קלאר געמאכט פאר ביבי און די מלחמה קאבינעט אז זיי וועלן נישט באקומען אונזער שטיצע".
רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן און סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל אין א בריוו צו פרעזידענט ביידען פארלאנגען אן אויסקלארונג און דריקן אויס זארג איבער באריכטן אז די ביידען אדמיניסטראציע האט אפגעשטעלט געוויסע וואפן פעקלעך פאר מדינת ישראל.
קאנגרעס רעפובליקאנער האבן פארגעשלאגן א ביל וועלכע וועט פארלאנגען אז קאלעדזש סטודענטן וועלכע ווערן געפונען שולדיג אויף אומלעגאלע אקטיוויטעטן אויף קאלעדזש קעמפוסן נאך אקטאבער 7, זאלן געצווינגען ווערן צו טון 6 מאנאטן קאמיוניטי סערוויס אין עזה.
פרעזידענט ביידען האט געמאלדן פרישע טאריפס אויף $18 ביליאן ווערד פון כינעזע אימפארטירטע פראדוקטן.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דער פרעמיער מיניסטער פון סלאוואקיי, ראבערט פיקא, איז געשאסן געווארן. זיין צושטאנד איז דערווייל נישט באקאנט. דער שיסער איז ארעסטירט געווארן.
פרעזידענט ביידען זאגט אז ער איז גרייט צו דעבאטירן דאנעלד טראמפ 2 מאל אין יוני און סעפטעמבער, אנדערש ווי די געווענליכע 3 דעבאטעס וועלכע ווערט אראנדזשירט דורך א ספעציעלע קאמיסיע.

טראמפ אויף זיין סאציאלע מידיע פלאטפארמע האט אנגענומען די אנבאט.
אידישליך נייעס
Photo
פרעזידענט ביידען זאגט אז די ערשטע דעבאטע וועט געהאוסט ווערן דורך CNN, און וועט פארקומען דאנערשטאג שלח, יוני 27.
טעקסאס גאווערנער גרעג עבבאט האט געגעבן א פולער פארדאן פאר ארמיי סארדזשענט דעניעל פערי, וועלכער איז פאראורטיילט געווארן צו 25 יאר טורמע נאכן פאטאל דערשיסן א BLM פראטעסטירער אין 2020.

די שיסעריי האט זיך אפגעשפילט אין יוסטאן טעקסאס, ווען גערעט פאסטער, אן 28 יעריגער ווייסער עיר פארס וועטעראן האט לויט פערי געפאכעט מיט אן AK-47 קעגן פערי וועלכער איז געזיצן אין זיין קאר דורכאויס א פראטעסט. אין רעאקציע האט פערי געעפענט פייער פון וועלכע פאסטער איז אומגעקומען.
אין א געמיינזאמע אפעראציע צווישן קרעפטן פון צה"ל און שב"כ האבן זיי באוויזן צו ארויסראטעווען די קערפער פון 3 אומגעקומענע משכונות, יצחק גנלרטר, עמית בוסקילה און שני לוק הי"ד, וועלכע זענען אפגעפונען געווארן אין א כאמאס טונעל אין עזה.
2024/05/18 06:09:30
Back to Top
HTML Embed Code: